Sunday, October 24, 2004

der ritem nebakh

דער ריטעם

דער ריטעם האָט געזאָלט היינט קומען
האָב איך געוואַרט, געוואַרט, געוואַרט
געציילט די לאַנגע רגעס שטומע
אַ בינטל וויילעס פון אַ גרענעצלאָזער אומה
פאַרשפּאַרט אין ענגן ציפערבלאַט

דער ריטעם האָט געזאָלט היינט קומען
האָב איך גערופן און געגאַרט זיין טאַקט
זאָל שוין אַ הערש־טאָן פריי פון שטילן אומער
איבער מיין וואַרטעניש, אי שטרענג אי צאַרט
ביז כ'האָב שוין סוף־כל־סוף אַליין באַנומען
אין זייגערס ענגן האַרץ בלייבט ער פאַרשטאַרט

דער ריטעם האָט געזאָלט היינט קומען
!וואו איז ער, וואו? איך מאָן און רוף און וואַג
,ביז ס'ווערט שוין קלאָר: היינט וועט ער שוין ניט קומען
טיק־טאַק, טיק־טאַק, טיק־טאַק


No comments: