Thursday, October 28, 2004

VERTER IN SHPIGL ווערטער אין שפּיגל

ווערטער אין שפּיגל
אַ דויער אַ שטילער
אַ שטילקייט וואָס גרייכט
צו די הערצער אין הימל

אַ שווייגן וואָס שטייגט
און וויקלט זיך איבער
דעם טיפסטן געוויין
ביים פאַרפרוירענעם טיגל

ווערטער אין שפּיגל
סיי שטילע סיי דרייסטע
ווילסטו זיי האָרכן
טאָ קום, מהיכא־תיתי

וועסטו דערהערן
די יידישע ווערטער
אויך גאָר פונדערווייטנס
אַלץ נענטער און נענטער

ווערטער אין שפּיגל
אין האַרץ פון גאָט'ס הימל

No comments: