Friday, October 15, 2004

LOMIR

לאָמיר

,לאָמיר זשע לויבן
!לאָמיר, לאָמיר
,די פּראָסט­­ און פּשוטע
די פּשוטסטע זאַכעלעך
אָן וועלכע מע קאָן זיך ניט זיין משער
,דעם גלי פון דער אַלטער וועלט אין דער נייער
.דעם זײדנס וויינעניו אָן דעם קינדס לאַכעלעך

,לאָמיר זשע טאַקע
– !לאָמיר, לאָמיר
לויבן אין וועלט אַריין
דער וועלט'ס אַ טיאָכקעלע
וואָס אָן איר קאָן מען ניט זיין מבער
דעם פינצטערן קלעם אויס דעם גאַנג דעם געטרייען
.וואָס רייסט זיך אַרויס אויף דער פריי אַ צעפלאָכטענער

,לאָמיר זשע, אַלע
!לאָמיר, לאָמיר
,אַליין צי אינאיינעם
– באַזונדער, צוזאַמען
,לויבן און ליבן און גלייבן די גראַמען
די קלאָרע און פּשוטע, די הייס צעפּאַלאָשעטע
..!זיי זאָלן, חלילה, די לויב ניט פאַרזאַמען

,לאָמיר זשע
!לאָמיר
...לאָמיר

2 comments:

Anonymous said...

dus iz zaier a vilder poem in ich bin nit zicher vus ir maynt mit di poem in vus maint ess fershir-hashirim-t? farvus patirt ir di tzat mit azoy a vilden bitul-zman?

Anonymous said...

א דאנק אייך פאר אייער זייער שכלדיקער קריטיק, ווי איר קאנט זען איז דאס ליד איז אין גאנצן פארביטן געווארן