Sunday, September 04, 2005

געוואלד געשריגן, שוין ווידעראמאל א סאנעט

< >

186



צום טאַקט פון שפּעטן שוין נאָך־חצותישן באַריר
אָט ווערן שוין די ווערטער מיד און מילדער
און ס'ווערט ניט וויכטיק מער וואָס שפּעטער איז, וואָס פריר
אַבי צוריק ביי זיך בשלום רוען דיינע שאָף און רינדער

דיין וועלט וואָס דרעמלט איז ממילא ניט צו גרויס
כאָטש ס'נעמט אַריין דעם גאָרן גלאָבל שטעטל
און ווייט ניט תמיד ווייסטו ווען זי לאָזט זיך אויס
אין ענגע דלד אמות פון דיין אייגן סדומיש בעטל

זי שלאָפט גאַנץ וואַכזאַם בעת דו וואַכסט קוים־קוים
זי טוליעט זיך צו דיר בעת דו באַזינגסט איר טאַליע
זי איז דיין עיר־הקודש און דיין רוים
דיין שיר־השירימדיקע בבל־דזשעז קאַרנאַליע

איר שטילער שאָרך באגנעדיקט ביז דו ווערסט פאַרמישפּט
פון ווערטער אויפגעכאַפּטע וואָס זייער קלאַנג צעבריט נישט




צו זען מער גיט א קוועטש

No comments: