Thursday, September 22, 2005

אַ גראַם לדורות






,מיין אייניקל
דער נאָך ניט געבוירענער,
וואָס טוט מען
ער זאָל ניט גיין
פאַרלוירן גאָר?

מיין זיידע,
וואָס איך בין נאָך אים
אַ נאָמען,
ביים קוקן זיך אין שפּיגל
כ'דערקאָן אים.

איז וויאַזוי
פאַרבינדט מען
דעם זיידן און דעם איינקל? –
לידער צו מייסטרעווען
איז זיכער צו ווייניקלעך!..

און פאָרט
מיט אַ גראַם
דעם סוד צו באַשיידן
ווילסטו פאַרבינדן
לדורות
זיי ביידן...





1 comment:

Shkolnik said...

Берелэ, классные стихи, хочу перевести - см.мое послание на Skype. Твой Школьник