ווי זעט אויס אַ ליד
פון דעם נייעם יאׇרטויזנט
אַ מאַסקולינער אַנדרוגינוס
אין ווייבערשע הויזן
אַ האַפטיקער שטאַמל
וואׇס וויגט זיך און הוידלט זיך
אַ פיל־שטאׇקיק וויגוואַמל
וואו ווילדקייטן הויזן זיך
באַנאַנד און צוזאַמען
מיט ריחות מיט היימישע
געקניפּט ווי בצוואַנג
מיט פאַרלאַנגען בהמישע.
ווי קלינגט דאׇס אַ ליד
פונעם נייעם יאׇרטויזנט
אַן עלנטער אׇפּהילך
פון נעכטיקע ברויזן
בעת איינזאַם־אינאיינעם
אויף וועלטישע רחבותן
ווערן מורעשקעס איכותן
פאַרוואַנדלט אין כמותן
און קוים אַ געוויין
איז דער וועלט
אַ געלעכטער
אַ יאׇמער, אַ קלאׇג
דער עולם
פארשוועכט אים
ווי זעט אויס אַ ליד
ווען די צייטן זיך בייטן
און פאַרטראׇגן די נאׇנטשאַפט
צוריק צו די ווייטן
No comments:
Post a Comment