,ווידער זוניקער פאַר־פּסח
,ווידער קויפן וויין מיט מצות
ווידער גרייט דעם גאַנצן עסק
.בענטשן מיט געזאַנג און פּראַצע
און דאָס גרינס — דאָס יונג צעבליטע
גרייט ביסט גריסן ווי ס'באַוויליקט
,מחייה־מתימדיק דער פרילינג
.דער באַליבער זמן דער דריטער
די שפּעט־ווינטערדיקע אָכן
וויקלסט איין מיט נאַפטאַלין און
ניט אומזיסט האָט דער ביטחון
.אַלץ גענעסטיקט דיר אין זינען
ווידער וואונדער, ווייטער וואַנדער
פול מיט פרייד און קידער־ווידער
צווישן רוימען, לענדער, ראַנדן
.און ס'ווערט לאַנג דער טאָג דער ליבער
רק די צייט — כסדר קירצער
,און די שעהען לויפן גיכער
הלמאי אַזוי עס פירט זיך
.ביסט לחלוטין מער ניט זיכער
פאָרט דאָס רעדעלע זיך דרייט זיך
און ס'דערוואַכן אינדערלופטן
— מלא פרייד און פרישע רייצן
.פייגל טרעלן, צוויטן דופטן
No comments:
Post a Comment