"This, then, is what they look like -- those mysterious, highly elusive people called poets that I've heard so much about."
יאָ, טאַקע אַזוי זעען אַלע מיר אויס
ניט תמיד ביי דער נאַטור אויף דער שויס
ניט תמיד ביי דער נאַטור אויף דער שויס
לאוו דווקא אין קאָך און אין ווירבל פון שטאָט
ניט שטענדיק אינגאַנצן מיט אַלעמען גראָד
מיר בלאָנקען דורך ווינטער, דורך זומער, דורך האַרבסט
ביז ווידער, דער פרילינג באַלעבט אונדזער אַנגסט
און פיבער, און אומרו, און דאָרשט אָן אַ שיעור
זיך דורכברעכן ווייטער דורך אָפענער טיר
צו דער שויס פון דער שטאָט, צום רוים פון נאַטור
צו כאַפּן דער אייביקייטס קליינטשינקסטן שפּור
-
No comments:
Post a Comment