Sunday, October 18, 2015

צו גאָט און צו לייט





***

לערן זיך אויס דעם אַלעפבייס פון שווייגן
זאָל דיינס איבערגיין און דער נאַרישער רעש
זאָל ער זיך ווייטער ווייען ווייט־ווייט פאַרביי
דיינע דלד אמות פון שטילער שווייגנשאַפט
וואָס היט דעם לעבעדיקן אָטעם
וואָס ווייסט אַז שווייגן מיינט ניט שטום
און עס מיינט חלילה ניט פאַרשווייגן
מערניט שווייג כל־זמן עס שווייגט זיך
ביז דו דערגרייכסט יענעם דראַנג
אַרויס מיט אַ קלאַנג אַ הערלעכן
פון דער אייגענער אַקוסטישער גניזה
מיט אַ וואָרט אַ וואָרס
צו ג
אָט און צו לייט
פאַרן עולם,
קבל עם ועדה
דיבוק וגולם
ונאמר: סאַכטיין




*** 

ווי אַן אָנגעצויגענע סטרונע
אַ מעמבראַנע
וואָס מאַכט אַ שהכל
אוף יעדן געוואַקל
פון הילכיק
אויסגעשטומטער
מה נשתנה
גרייט אָפּצוריכטן
דעם מינדסטן שאָקל
הכל בכל מכל כל
קלאָר ווי קרישטויל
אָפּשטויסנדיק
דעם פּחד'ס טייוואָלים
תהו ובהו
שהי פּהי
הבל הבלים


No comments: