2013-1910
אין 1910 האט דוד איינהאָרן אָנגעשריבן זיין בארימט ליד "געשטאָרבן דער לעצטער בעל תפילה".
צייטן און לידער רופן זיך איבער...
,געשטאָרבן דער לעצטער בעל־תפילה
?דער לעצטער בעל־שם־טוב פון וואָרט
ס'איז ביטער, און דאָך צו נעילה
– צווינגט ניט דער מקום, ווייל פאָרט
– די קינדער פון אָדמען שטילע
,זיי טאָרן ניט ווייטער זיין שטום
,ווען ס'קלעקט מער קיין נאָכקול אפילו
ווען ס'דאַכט, אַז די ווערטער די פילע
.פאַרקערעווען ערגעצוואו קרום
?געשטאָרבן שוין? טאַקע? אינגאַנצן
?געבליבן רק פּוסטקייט און בראָך
,דורך טרערן וואָס שטאַמלדיק טאַנצן
,די ווערטער פון תפילה די רייפע
בעל־שמיקע, טוען אַ קאָך
אַז קינדערלעך זאָלן באַגרייפן
מיט פייער אין האַרצן אין יונגן
די קולות וואָס קלינגען און זינגען
!מיט פליגלען אַ פאָך נאָך אַ פאַך
,געשטאָרבן, אַוועק דער בעל תפילה
...די וועלט ווערט אַלץ קילער און קילער
און דאָך
No comments:
Post a Comment