Tuesday, October 06, 2015

דיין ניגון עקשונותדיק לאָזט זיך ניט אונטער


מע זאָגט: דו ביסט טויט, ביסט פאַרגאַנגען, געשטאָרבן
אָט אָטעמסטו קוים, ס'איז ניט קלאָר צי דו זשיפּעסט...
אין בעסטן פאַל האָט מען אין הינערפּלעט עיפּוש
געלאָזט דיר אַן ערטל דערווייל, אַ פאַרדאָרבנס.
דיין ניגון עקשונותדיק לאָזט זיך ניט אונטער
און וויל גאָרניט ווערן פאַר יענעם אַ קרבן
ביסט טאַקע אויף צרות נאָר גערעכט ז'יענער טיפּש
וואָס וויל ניט אַוועק און בלייבט האָפערדיק מונטער.

No comments: