Saturday, August 20, 2016

קיין עין-הרע


כ'בין קיין-עין-הרע
א פאעט א מינארער
כ'רייס ניט איין קיין וועלטן
קער ניט איבער קיין בערג
וויל דעם תהום ניט שעלטן
און לויף ניט אוועק פון קיין געלט...
מערניט כ'טו בלויז שלייפן
די ווינקעלעך שטייפע
פון די ווינציקע ווערק
וואס קומען צו גאסט
זעלטן-ווען, נאר צעהעלט
און בעטן זיך שטיל
ווי רק פאר זיי ס'פאסט
איך זאל זיי פארשרייבן
דורכזיפן און איבערקלייבן
און דאן ווארפן צוריק אויפן דיל
וואו כ'האב זיי, במחילה,
געפונען לכתחילה...
א פאעט א פראסטער
ווי אן אלטער טאסטער
וואס זיין געזאנג מינארער
פארזיווגט דעם יצר טוב
מיט אומפערזענלעכן לשון הרע

No comments: