Sunday, October 23, 2016

ווי אלט ביסטו, יוגנט?




ווי אלט ביסטו, יוגנט?
מע זאגט אז דו ביסט,
קינעהארע,
אזש 120 יאר יונג.
אינגאנצן א צוציקל, כ׳לעבן!
קארגע פיר דורות אדורך
זינט די וועלט האט גענומען
זיך בוקן צו דיר,
צו דיין חיהשער גבורה
און מערן אלץ מערער און מערער
דיינע פארלוסטן,
און קאלטבלוטיק
זיך טובלען
אין דיין הייס-פארגאסענעם
בלוט.
יוגנט,
אין דיין אנקום
מעכטיקט זיך, גליט
שוין דער שענדלעכער
רייץ פון דיין אומקום
און די וועלט וואס זי בוקט זיך
פאר דיר
טוט
מיט א קול א דערשטיקטס
דיך באגריסן
קבל עם ועדה:
יוגנט, א, יוגנט,
ברוך הבא,
טאקע דא,
אט-א-דא --
אויף דער עקדה!

No comments: