Sunday, October 23, 2016

דיין גאָב



באריס קארלאוו
איך האב דערזען 
דיין אָסיען ווערט שוין טיף
נאר גראד דיין שמייכל
העלער טאָג נאָך טאָג
אן אויסגערייפטע יונגשאפט
אָן א ברעקל גיפט
באשיינט דיין זינגעוודיקן וועג
צעווישן פרייד און פלאָג
איך האָב דערזען
דעם לאכעדיקן פאָך
פון דיינע אויסגעטאָקטע, אייביק יונגע הענט
און גלייך אויף אייביק פארגעדענקט
דערקענט
און הויך דערמאָנט
ווי גוואלדיק שיין עס איז דיין גאָב
ווי גליקלעך שווער דיין יאָך
Like
Comment

No comments: