Sunday, October 23, 2016

אַ ווינטל

-


אַ ווינטל
אַ שאָרכעניש
אַ פריש דערקוויקעניש
ווייעט פּלוצים אַריין
און ווערט גלייך ווי נעלם
און דו מעשה־כעלעם
זינקסט אין דערקענטעניש
פון נעכטיקער זוכעניש
נאָכן פּינטל
וואָס חתמעט דעם פינקל
פונעם ווינטל --
נאָך לאַנג־לאַנגער וואַרטעניש --
אַ קורצע באַגעגניש



No comments: