Friday, March 24, 2017

ליכט


-


אינמיטן דרינען
ממש אומגעריכט,
געשעט פּלוצים אַ נס 
אַן אומדערוואַרטער
און אַ צעגליטער 
צווישן ווינטן קאַלטע
דערקענסטו זיך אַליין
אין איר געזיכט

און דאַן
צום טאַקט 
פון טיפער צאַרטקייט,
שיער אָן אַ מינדסטן שפּור 
פון גלײַכגעוויכט,
דערגרייכסטו אין דער מיט –
צום האַרץ 
פון גאַנצקייט

צום האַרץ פון גאַנצקייט 
מיט אַזויפיל ליכט

No comments: