-
.
ווי
זאָל מען זינגען גאָטס געזאַנג
אין
דער ביטערער פרעמד?
אויך
אין דער זיסער טוט עס באַנג
צו
זינגען אומפאַרשעמט.
נאָר
גאָטס ליד גילט אומעטום
וואו
מ'טוט זיך נאָר אַ קער.
ווער
קאָן אין גלות בלײַבן שטום
אויב
מ'איז ניט אַבי ווער?
אַ
מינדסט גרעזל זינגט דעם שבח,
פון
טראָפּן טוי ביז טרער.
די שטערן
שײַנען אויפן דאַך
און
לידלען אָן שום שטער.
טאָ
ווער וועט מיטזינגען מיט זיי
אין
דער ווײַטער ווײַט,
איידער
דו קערסט זיך אום אַהיים
מיט גאָטס הילף צו דער צײַט?
No comments:
Post a Comment