Tuesday, September 08, 2020

אַ העל ליכטיק געזאַנגל



.


כ'האָב געוואָלט אַ זינג טאָן
אַ העל ליכטיק געזאַנגל

נאָר וואו זאָל איך אַהין טאָן
די טונקלקייט פון מאַנגל
אין לויטער קלאָרע טענער
אין זויבער ריינע קלאַנגען

ביז ס'האָט צעהעלט זיך יענער
געזאַנגל פון געזאַנגען

צו דיר, מײַן שיינע פּאַווע,
צו דיר, מײַן האַרציק שמייכל,
דאָס לידל טוט זיך יאַווען
כּדי דיך צו דערגרייכן

אפילו ווען ס'געפעלט ניט
דעם וועג צו דיר ס'פאַלפעלט ניט

Privalskaya Larisa, Velvl Chernin 

No comments: