Tuesday, September 08, 2020

אַזאַ מין ליד



.


דו ווייסט, ס'איז דאָ אַזאַ מין ליד,
וואָס לאָזט זיך ניט דערגרייכן
סײַדן צו מיר דײַן שמייכל בליקט
פון נידער, פון די הייכן

און ווען דײַן שמייכל שענקסטו מיר
פאַרגעסנדיק די צרות
וואוילקלאַנגעוודיק אויף אַלע פיר
אַ ניגון טוט אַ קלאָרער

פּאַוואָלינקע אַ קריך אַרײַן
אין מײַנע דלד אמות

קומט דאַן אַרויס אויף העלער שײַן
דאָס ריינסטע ליד פון אַלע

דו ווייסט ס'איז דאָ אַזאַ מין ליד
דאָס ליד דאָס סאַמע, סאַמע

.

Moysha (Moisei) Lemster, Moises Kijak and 2 others 

No comments: