Tuesday, September 08, 2020

די לעצטע וואָך פון זומער

 


.



די לעצטע וואָך פון זומער שוין שוואַנגערט שטאַרק מיט האַרבסט
די שניטצײַט טוט באַלד קומען מיט זונשײַן רויט געפאַרבט

מיט אויפוואַכונג צו מעשים יעטוועדן נײַעם טאָג
בעת שטעכיק ווינט דער כּעסן זיך ביטערלעך צעקלאָגט

און טעג וואַס ווערן קערצער פאַרגיכערן דעם גאַנג
דערוואַרעמדיק די הערצער מיט נאָכקלאַנג פון געזאַנג

פון ניסן ביז צו אדר יעטוועדע צײַט פון יאָר
האָט אונדז די וועלט געשנאָדערט, אַבי קיין ערגערס נאָר

No comments: