היינט
איז מאׇרגן.
דער
נעכטן איז יאַקאׇס ניט געווען.
די צאַפּלדיקע
וועלט,
גלייך
ווי ניט זי וואׇלט ערשט געשטאׇרבן,
פאַרשלינגט
דעם נעכטיקן געוויין
מיט
כלומרשט נייע דאגות
צעשפּילט
אויף טויזנט זאׇרגן,
אין
קרייז פון אוראַלט יונגן קאׇסמאׇס־חן –
איידער
זי ווערט אויפסניי פאַרדאׇרבן,
איידער
דער מאׇרגן ווערט אַ שטיין
אַ
שטומער עדות נאׇך דעם נייעם קרבן,
נאׇך
זיין פאַרטיליקטן געביין...
היינט
איז מאׇרגן.
No comments:
Post a Comment