Wednesday, May 28, 2014

מוזעפיקאציע





ניט אַלץ וואׇס איז שקר איז פיקציע,

ניט אַלץ וואׇס איז וואׇר איז אַ חלום

ביים באַנעמען דעם אייבערשטנס דיקציע

אין דעם טייוולשן תהום פון משלים.



וואׇס אַן אמת, מיט שכל צעקריגט זי זיך –

די קאַפּריזנע, געכאׇליעטע מוזע

און זי חברט זיך שטאַרק מיט דער פיקציע,

לאַכט זיך אויס פון די אייזערנע כללים.



טוסט אַ קוק ווי גראַציעז אַלץ באַוויגט זי זיך

און ווי רייצנדיג אׇטעמט איר בוזעם

און פאַרכישופט פון געטלעכער דיקציע

שאַפסט פאַר איר דיינע נייע משלים.





No comments: