Monday, May 26, 2014

אז ישיר memento mori


ἄρκτος-αρκούδα  

ενθύμιο του θανάτου


איידער איך שטאַרב
איידער עס ווערט נאׇך אַלעמען
אַ ביסל פאַרב
פון האַרבסט
פון בלעטער ערשט געפאַלענע

אַ ביסל שקיעה־ליכט
פון קורצע בין־השמשותן
אויף ירושלמער בערג־געזיכט
מיט מילדקייט
ניט פאַרלאׇשענער

אַ זשמענקעלע
ביטחון־גראׇשנס
פון גרעסטע
אוצרות
טייערער

איידער איך פאַל
מיט בלעטערפאַל
צום יוצר־אור
אַ ליד, אַ לויב
להכעיס 
העלישע פייערן




No comments: