Saturday, November 26, 2016

אן אלט ליד פון 1996 גענוי מיט 20 יאר צוריק

יש אנשים עםלב של אבן ואבנים עם לב אדם


געזען האָב איך היימישע שטיבלעך,
וואָס שטראַלן מיט אייביקער ליכט,
זיי ווינקען און זינקען אין הימלען
מיט פרעכקייט, מיט פאָרכט און מיט פליכט.

ירושלים של מטה –
דעם הימל'ס אַלוועלטלעכער דנאָ,
צו דיר קום איך ווידער צו לאַטען
מיין וואָר מיטן פלאַם פון דיין בלאָ.

פון הויפן פון דיינע און גערטנער,
דורך טומל פון שלאָפלאָזן קאָך
דערשפּיר איך דעם קריץ פון פאַרשעלטער,
וואָס פאַרשוועכן דיין ברכה
מיט בראָך.

ירושלים של ביימער –
וואו ס'רייסט זיך דאָס גרעזל דורך שטיין;
די אָפענע שטאָט, די געהיימע –
וואו האַרציק־ווייך זיינען די שטיינער
און הערצער אָפט האַרטער פון שטיין...

געזען האָב איך יידישע היימען,
פאַרטרוימט
און דערשיטערט פון וויי...
טאָ ווי זאָל דאָס האַרץ מער ניט וויינען
ווען עס שפּאַלט זיך מיין היימשטאָט
אויף צוויי?..


ירושלים, 1996



















אויף צוויי?..

No comments: