עס וועבט זיך ווייטער די שלשלת
–
אָט טראָכי גיך און אָט – פּאַמעלעך.
טאָ לאָמיר נעמען אַ גראַם סטאָ! –
אי פאַרן טלית בתכלית תכלת,
אי פאר דעם דיד וואָס האַלט אונדז דאָ –
אַז אויך דער יאוש פון קהלת
זאָל זיך באַפליגלען אַלקאָהאָליש
זיך לאָזן אין אַ לוסטיק טענצל
און ניכטער שיכורלעך באַפרייט
מער ניט פאראומערט מעלאַנכאָליש
אַלץ ווייטער שפּינען יענעם קרענצל
וואו ס׳ווערן איינס: סיי פרייד, סיי צייט!
No comments:
Post a Comment