דער שורש פון ליבע
ווי טיף ער צעוואַקסט זיך
אונטער דער ערד
בעת די צווייגן ווי אַקסל
צעשפרייטן זיך מעכטיק
און לייכטזיניק שווער
און דער פלאַקער פול זאַפט
אין די רייף גרינע בלעטער
זייער פרייד, זייער האַפט
ביז זיי פאַלן אַוועקעט
ביז זיי גרייכן צוריק
אַלץ נענטער און נענטער
צום שורש פון ליבע
פון שפּעטער
No comments:
Post a Comment