Sunday, November 27, 2016

קומען וועט ער






קומען וועט ער, קומען וועט ער
אין א בייזער שעה א שפּעטער
און וועט נעמען זיך ריינוואַשן
אויסטאָן קיטל און קאַמאַשן.

און די שוואַרצקייט וועט אַראָפּ –
די חושך־פאַרב אים פונעם קאָפּ.
און די באָרד אינגאַנצן גרוי וועט
ווערן ווידער און די רויערד
שטומען וועט אין זיינע אויגן –
ביים גרויסן אָדלער שטיל געבויגן...

'עט־ער־זיך שלאָגן דאַן על־חטא
און ניט ווערן דערפון פעט...
נאָר קיין קריוודעס ניט דערמאָן אים
רק אַ שמייכל טו אין פּנים.
ניט קיין קרומען, ניט קיין בייזן –
אַ רחמנות אויף דעם קיסר.

פאָרט אַ ריז, הגם געפאַלן...
זיי בלויז גוטסקייט אים מגלה.
זיי אים מוחל זיין פאַרשייטקייט
זיין פאַרראַט וואָס שטעכט ווי מעסער
כ'לעבן ס'איז בפירוש בעסער
ניט דערשטיקן דיין געטרייקייט –

אַז די גאַל פון שעה פון שפּעטער
ווערן זאָל דער זיסער האָניג
וואָס פאַרוואַנדלט די געשפּעטן
אין גוט־ברודערשן געלעכטער –

לעבן זאָל דער אַלטער קיאָניג!







No comments: