Sunday, November 27, 2016

צווישן נאָך און שוין





צווישן נאָך און שוין
שטייט אַ גרויסער בוים
צווישן שוין און נאָך
ליגט אַ גרויסער לאָך

שטייען מיר אַזוי
צווישן לאַך און בוים
און מיר גייען נאָך
צווישן בוים און לאָך

און עס טוט אַ שטאָך
האַרציק־שאַרף אַ טרוים
צווישן אַך און אָך
זיך צערטרלען לעבן בוים

צווישן נאָך און שוין
צווישן שוין און נאָך
וואָרצלען – צווייגן, קרוין
נאָך און נאָך

און שוין.

No comments: