Sunday, September 02, 2018

זי איז געקומען מלא פרייד

-





זי איז געקומען מלא פרייד
געבראַכט אַ פרישן ניגון
און ס´האָט איר שמייכל
שטילערהייט
אומזין מיט זין פאַרזיוווּגט

און ס´האָט געדאַכט
אַז האַרציק ברייט
די גאַנצע וועלט
באַפליגלט
איר לויטער שמייכל,
מיט איר פרייד,
איר אויסגעבענקטער ניגון

און האָסט פאַרשטאַנען
ס´איז אַ נס
וואָס הילכיק בענטשט
זיין נאָמען
אַז ביזן סוף
געדענקען וועסט
איר אָנקומען מסתּמא

זי איז געקומען
פול מיט ליכט
מיט אָפּשײַן פון גן־עדן
און האָסט דערקענט
אין איר געזיכט
דעם טעם
פון וועלטן ביידע

No comments: