Sunday, September 02, 2018

א קראנץ

-






דו געדענקסט אים אוודאי,
זיינע האר, זיינע אויגן
און זיין הילכיקן קול
וואס פלעג אויפוועקן ווענט
דעם געשפרעך עד-לא-ידע
מיט שפיצלעך וואס טויגן
פאר קונדסים אן צאל
אין געלעכטער פארשווענדט
דו געדענקסט און דו זאגסט
ס'איז גוט צו געדענקען
זיך דערמאנען אמאל
אין זיין גלאנץ-עלעגאנץ
און דערשפירסט אז עס טאגט
שוין דער עכא פון בענקען
ווי פון הארצן אן עול
ברענגסט זיין נעכטן א קראנץ

No comments: