Sunday, September 02, 2018

כ'בין אַרויס אויפן וועב

-


כ'בין אַרויס אויפן וועב
זיך צו באַקענען
זיך אַרומצונעמען
מיט דער ברייטער וועלט
כ'בין אַרויס אנדערפרי
און געבלאָנקעט ביז שפּעט
איבער וועג, איבער שטעג
סיי פון הי
סיי פון העט
און געפונען אַ טויזנט זכותים
פאַר דער ברייטער וועלט'ס
גרויסע שטותים
פאר אירע קליינטשיקע
מעלות
וואָס מינטערן־אויף אויף אַ וויילע
און פון ביידע גענאַשט די ברכה
צו ווערן אין קושיות אין נייע
פאַרקאָכן
גענאַשט אויך כסדר
נייע קאַשעס
וואָס זידן און קאָכן
אין דעם אינגעווייד
פון דער וועלט
אין די רחבותן ברייטע
איבער וועבישע שטרעקעס
צעשפּרייטע
און געוואָרן אַליין
אין דעם אַלץ איינגעוועבט
אין דער פּויטינע
אויסגעשפּינט אָן אַן עק
און זיך אונטערגעגעבן:
נו שוין, אויסגעשעפּט!

No comments: