Monday, May 12, 2014

היינט איז מארגן




היינט איז מאׇרגן.
דער נעכטן איז יאַקאׇס ניט געווען.

די צאַפּלדיקע וועלט,
גלייך ווי ניט זי וואׇלט ערשט געשטאׇרבן,
פאַרשלינגט דעם נעכטיקן געוויין
מיט כלומרשט נייע דאגות
צעשפּילט אויף טויזנט זאׇרגן,
אין קרייז פון אוראַלט יונגן קאׇסמאׇס־חן –
איידער זי ווערט אויפסניי פאַרדאׇרבן,
איידער דער מאׇרגן ווערט אַ שטיין
אַ שטומער עדות נאׇך דעם נייעם קרבן,
נאׇך זיין פאַרטיליקטן געביין...

היינט איז מאׇרגן.




Tuesday, May 06, 2014


די יונגשאפט גייט אוועק
די שיינקייט בלייבט זיך עלטערן
און בלויז דאס בלייביקע -- דער חן
מיט ווידערקול מיט צאפלדיקן פון די עלטערן
זיך נעסטיקט טיף אין דער נשמה
ביז צום ביין

Sunday, May 04, 2014

טאַטעניו, ליבער






טאַטעניו, ליבער,
איך אׇטעם איין ווידער
דיין וואׇרט און דיין וואׇר
צעפלאַמטע אין לידער,
וואו ס׳לעבן געראׇטן
דיין האַרציקער קול,
דיין האַפטיקער אׇטעם, –
צאַרטער פון שמייכל
און שטאַרקער פון שטאׇל.

טאַטעניו, ליבער,
דיין ליד, וואׇס איז אייניק
מיט אַלץ וואׇס איז אייביק
און גלייביק, און קלאׇר, –
זאַל באַהיטן, באַשירעמען
דיין לויטערן אייניק
וואַס אַוועק איז אַהיים
פון זאַט־פרעמדן קאַיאׇר
צו באַשיצן דיין וואׇר.







Thursday, May 01, 2014

אׇנהייב מאי




דעם נאׇך גאַנץ קילן חודש מאַי
וועסט פרעגן האַרציק: הלמאי
געקומען ביסטו אונדז צו רופן
אין וועג וואׇס וואַקלט בגילופן
סיי זיך, סיי דיך, בעת אינדערוואׇכן
פון בייזן ווינטער האַלב צעבראׇכן
מען פּרואווט אויסזוכן אינדערהיים
דעם בעסטן וועג צו זיך אַליין?

נאׇר טענהן צו דעם חודש מאַי
איז דאַכט זיך ווייניק־וואׇס כדאי
ווען ס'לעכצן נאׇך דער זון די גופים
ניט זיי, נאׇר דו, בר־דעת, רוף אים
ער זאׇל דערנענטערן די ברכה
דעם פרילינג זיין אַ סינעקדאׇכע
פאַרוואַנדלענדיק די וועלט אַליין
אין אַ לאַגאׇדנער, ברייטער היים 
.
Top of Form
Bottom of Form


Friday, April 11, 2014

אָ לאַ לי, אָ לאַ לאָ



                                        פאר משה לעמסטער – מיט ליבשאפט 

איך און דער מלאך 
מיר שאַפן אַ ליד
ער רעדט פּאַמעלעך
איך – פאַרשרייב גיך
ער אויף מלאכיש
און איך ריין מעלאָדיש
טו נאָכצוטאַנצן
די קלאַנגען באַלאַנצן
פון זיינע מלאכישע 
הימל־אינסטאַנצן

זאָגט ער מיר אויף יידיש:
מאַך זיך ניט נעַריש,
נעם אָן זיך מיט כוח,
כאַווער טאָוואַריש,
און הער־אויף מיט גראַמען
כסדר זיך וויצלען,
ווילסט עפּעס זאָגן,
טאָ זאָג עס אָן שפּיצלען! 

זאָג גלייך מיר נאָך:
אָ לאַ לאַ, אָ לאַ לאָ –
אומעט און פרייד פון דער וועלט – אַלץ איז בלאָ...

זאָג איך אים נאָך:
אָ לאַ לי, אָ לאַ לאָך...
נאָר כ'קאָן מער ניט ווייטער אים נאָכזאָגן נאָך

די וועלט לעשט זיך איין
און די וועלט לעשט זיך אויס
דער מלאך פאַרשווינדט
און די פּוסטקייט ווערט גרויס

נאָר אָט, נעם איך אָן זיך
מיט כוח און כ׳זינג
אָ לאַ לי, אָ לאַ לאָ – אין דעם בלאָ שטעקט אַלצדינג!