Wednesday, June 14, 2017

זיי וועלן מיך פארשטיין

.



זיי וועלן מיך פאַרשטיין,
זיי וועלן מיך אויפנעמען
און ס׳וועט האָפשטיין אַליין
מיט מיר זיך גאָרניט שעמען.
און אַלץ וואָס כ׳זאָג אַצינד
מיט ווערטער, זיי אומקלאָרע,
דערקלערט דער גרויסער ווינט
מיט קלאָרע טײַטש־און־סברה.
פון סאַמע ערשטן גראַם
ביז צו דער לעצטער שורה:
אומשטאַרביק איז דער שטאַם,
דע־פאַקטאָ ווערט דע־יורע.
און ליכטיק איז דער וועג –
ס׳באַלײַכטן אים די שטערן
און זייער ניגונס צוועק
אין שטילקייט כ׳טו דערהערן.
אין שטילקייט פון דעם ווינט
וואָס האָט זיך מילד פאַרטײַעט,
דערהער איך: שפּאַן, מײַן קינד,
אַזאַ טראָט איז כדאיק!..
– – – – – – – – – – –
זיי וועלן מיך פאַרשטיין,
קלאָר ווי דער טאָג און זיכער...
אַ שטיין רעדט מיט אַ שטיין
רק
ס׳לויפט
די צײַט
אַלץ גיכער

No comments: