Wednesday, June 14, 2017

פיר שפּראַכן

.


באריס קארלאוו‎ updated his status.
May 1

.
פיר קולות רײַסן זיך אַרויס
אַידיעס אײַלט זיך איבערשרײַען
די אַנדערע 
און אַלע פיר אָט אײַן, אָט אויס,
שטיקלעך שיריים
וואַנדערן.
און יעדער קלאַנג ווערט אויך אַן אות
פיר קולות רײַסן זיך אַרויס
און פאָרט ניט אויף דער פרײַ.
אויף זיך און אויף דער וועלט
קוקסט סקאָס
מיט נחת־רוח, צי פאַרדראָס:
כדאי, צי ניט כדאי?
און וואו ביסטו?
וואָס איז דײַן קול?
אַ שטאַם,
אַ גראַם,
אַ גאָב,
אַן עול...
ביז מע דערגרייכט
צום סוף־כל־קול
און ווײַטער נעמט מען וואַנדערן.

.

No comments: