Wednesday, June 14, 2017

ווייסט מײַן האַרציקע, מײַן שיינע

.

באריס קארלאוו‎ updated his status.
April 27
ווייסט, מײַן האַרציקע, מײַן שיינע,
וואָס די ווײַטע שטערן מיינען,
ווען זיי קוקן זיך אַרײַנעט
קלאָר און טיף אין אויגן דײַנע?
ווען זיי כאַפּן־אויף דײַן שמייכל
מיט זײַן כּוח, מיט זײַן ווייכקייט,
מיט די שטראַלן וואָס זיך פלעכטן
פרעך אַרײַן אין דײַן געלעכטער?
ווען זיי סוף־כּל־סוף דערהערן,
דײַן געזאַנג, דײַן קול, דײַן אָטעם –
יענע העלע, ווײַטע שטערן
אין דער שײַן פון זייער שאָטן?
כ'בין מקנא יענע שטערן
אין די ווײַטע שוואַרצע הויכן, –
בלויז זיי קאָנען, מוזן, ברויכן
זייער ליכט אין דיר דערקלערן.
זע, מײַן האַרציקע, מײַן שיינע,
ווי מיט הונדערט טויזנט חנען
שפּיגלען זיי זיך, ליכטיק שײַנען
קלאָר און טיף אין אויגן דײַנע.

.

No comments: