Wednesday, June 14, 2017

א גוטע וואך, מיין באנקשאפט

.



אַ גוטע וואָך, מײַן בענקשאַפט,
די יאָרן פאַלן אָפּ ווי בלעטערפאַל.
די ענגשאַפט
צעשפּרייט זיך ברייט. אָן צאָל,
אָן מאָס שטײַגט די געדענקשאַפט –
דײַן ריר, דײַן שמוך, דײַן קול...
אַ ליכטיקע געוויינטשאַפט
דיך גאַרן אײַזן־שטאָל.
קיין צדיק ניט, קיין רשע,
פון בענקעניש צעשטערט:
ווי ים גאַרט צו יבשה,
ווי הימל פאַלט צו ערד.
אַ גוטע וואָך, מײַן ליבשאַפט,
כּסדר כ'זוך דיך אַלץ.
די בלעטער
פאַלן גינציק
אויף אַ צעבראָכן האַרץ
און אויך ווען ליבע ברענט שוין
דערווײַטיקט אין אַמאָל
אָן מאָס שטײַגט די געדענקשאַפט –
דײַן גלעט, דײַן שמוך, דײַן קול...

.

No comments: