Wednesday, June 14, 2017

דער פּולווער אין די פּולווער־פעסלעך

.



באריס קארלאוו‎ updated his status.
May 9Bloomington
דער פּולווער אין די פּולווער פעסלעך
איז נאָך פאַראַנען, דאַנקען גאָט,
זײַן שאָרעך טויכט נאָך אויף מעת־לעתלעך
מיט יעדן שטאַפּל, שטעג און טראָט.
ניט אויף צו שיסן זאָל ער בלײַבן,
נאָר אויף צו שאַפן עפּעס נײַס –
די אַלטע פעלדזן אויפצורײַסן
דערנענטערן אַ לײַב מיט לײַב.
און ברענגען נענטער, בנאמנות,
נשמות איבער רוים און צײַט,
דערוועקן פרויען אין די נאָנעס,
דעם מענטש – בײַ אָפּגעפרעמדטע לײַט.
מ'באַדאַרף מיט פּולווער זיך ניט רימען,
נאָר וואויל איז דעם, וואָס אים פאַרמאָגט,
אויף אויסצוהילכן לויב און הימען
צו אַלץ וואָס שאַפט די וועלט פון גאָט.

.

No comments: