Thursday, February 24, 2005

כ'האָב געהערט משיח'ס יידיש

135975-1956

כ'האָב געהערט משיח'ס יידיש


כ'האָ געהעיעט מעשיעך'ס אידעש
ווי שאַין, ווי קלור, ווי דאַטלעך
:האָבן זאַנע ראַיד געפלאָסן
נחמו, נחמו – שטאַיץ אָף
עץ, אַלע, ווער ווי שקלאַפן
וואָס אָבם זאַיעראָ
אָוסגידאַיווערטאָ באַינאָ
געטין צעשפּראַיטן
דאַר און קוואַר
איבער יבשות
!טאָלן און ימען

און דאָס פאָלק
אַ גוואַלדיק האַיפעלע
האַימישע יאַטן
מיט געטראַיע יידעשע טעכטער יאַטיכעס
האָבן אַלע וויי אַינער
גליאַך ווי מיט אַין קול
,זיך צעברומט
!קום, קום, קום
!קום
(!אַ געזינט זאַי אין די באַינאָ)

און דעם מאָשיאַך'ס יידעש
,איז ניש גיוועין ניט ליטוויש
,ניט פּאַיליש, ניט גאַליציאַניש
..!ניט דאַאַטש
– ?אלא מאי
ס'געוועין
אַ דאַטלעך לאַטישער פּאַטש
די אַלע
קייגן וויימען ער האָט זיך נתגלה
געוואָרן
(!אַ געזונט אין זיינע אייביקע יאָרן)

:כ'האָ געהערט זיינע רייד
..!נחמו, נחמו, נחמו
:כ'האָ געזען זיין פאָלק
...קים, קים, קים
!זאָל שוין קימען
:און שטיל געלאָזט אַ טרער פון פרייד און טרייסט
!טפו־טפו־טפו
??באַלד! באַלד!? באַלד
אַ ברכה פון צעוועלטיקטער פאַרצווייפלונג

Sunday, February 20, 2005

אויף די געסלעך

gesl

ארויסגענומען פון רפי כפיר'ס אהבת ירושלים

אויף ירושלמער געסלעך

היינט פרי בייטאָג
געפונען כ'האָב
אויף פאַרגעלטע געסלעך
דעם נעכטיקן טאָג
וואָס דויערט גאָר
גאָר־גאָר
אומפאַרגעסלעך

אויפן גרינעם פּנים
פונעם אַלטן יידן
לאָזן זיך דערקאָנען
נעכטיקע יאַרידן

און – אַ וואונדער
אַז אויך היינט
– זידן זיי און רוישן

קינד־און־קייט
מיט יידענעס
וואָס טראָגן זיך מיט קוישן

און אַ טוץ בחורימלעך
קאַפּאָטעס, בערד און פאות
מראה־שחורה ליכטיקע
פאַרהיט קוים פון הפקרות

די פאַרגעלטע געסעלעך
איך בלעטער זיי
און בלעטער

און דער טאָג
דער נעכטיקער
אויך היינט
זיך ווייטער קלעטערט

איבער גוואַלד
און איבער צייט
צווישן ווענט
און צווישן לייט

אָט אַזוי געפונען כ'האָב
דעם אַלטן, טערפּקען
וואונדער־גאָב
דעם וואַנדער־גאָב
וואָס בלייבט




meiasheurim

גיט א קוק אויף אנדערע בילדער פון מאה שערים

Tuesday, February 08, 2005

קום, ליבע, אייגענע, קום, טייערע צו מיר

jerusalem-sunrise



אין סאַמע מיטן
פון דער וועלט

אין הויכער הייך

צעווישן ערד און הימל

ביים ברייטן פענצטער

צום זונאויפגאַנג געווענדט

שטיי־איך

און ברום צו דיר אַ לידל:

איך וואַרט אויף דיר,
מיין סאַמע, סאַמע שענסטע,

און רוף צו דיר

אָט מאָנענדיק, אָט ווייך

קום, קום אַרויף צו מיר

אַהער

וואו ס'ריזלט

פריי מיין ניגון

אין אָט־דער

גאָר, גאָר הויכער הייך
:

די טיר פאַר דיר ווי שטענדיק – אָפן
און אומגעדולדיק וואַרטנדיק אויף דיר

דער פענצטער גיריק גאַרט

דיין פרישן אָטעם

דיין שפּרודלען און

דיין שפּיגלען זיך אין אים

און זשעדנע וועלן
לאַשטשען זיך צו דיר, צו דיר,

געראָטן,

די בעסטע שורות, גראַמען,

בעסטע סטראָפעס

וואָס מענטשלעכער פאַרנייג

נאַרט אויס

ביים געטלעכן באַריר...

אין סאַמע מיטן
פון דער וועלט

אין הויכער הייך

צעווישן ערד און הימל

דער פענצטער – פול מיט יונגער זון

און אָפן ברייט – די טיר:

קום ליבע, אייגענע,
קום, טייערע, אַרויף צו מיר!

emblem

Sunday, February 06, 2005

נאך אלעמען

מרדכי ארדון, ביים אריינפאר אין ירושלים



נאָך אַלעמען

כ'בין געקומען אין לאַנד
נאָך אַלעמען
און געזען
אַז עס בענקט ניט דאָס לאַנד
נאָך אַלעמען

נאָר עס וויינט ביטער דאָס האַרץ
און וואַרגט דיך אין האַלדז
נאָך אַלעמען
נאָך אַלעמען

– אין לאַנד ווי אין אויסלאַנד
אַ פאַרפאַלענער
פרעגסטו ביים מקום
ווי קאָן מען פאַרטראָגן דאָס אַלץ
נאָך אַלעמען
נאָך אַלעמען
מאַרק שאַגאַל, הילע צו דוד האָפשטיינס "טרויער"י




שטאַרב, טרויער, שטאַרב

,כ'האָב געכאַפּט דעם בייזן
זלידנעם הונט
פאַרן גאָרגל
און אַריינגעשריגן
:אין דער הינטישער מאָרדע
!שטאַרב, טרויער, שטאַרב
,שוין צייט פאַר אַ נייעם
!פרישן מאָרגן
הער שוין אויף
מיטן סקאַוואוטשעדיקן
טרויער־מאַרש
וואָס מאַכט
די ליכטיקסטע ליכט
!פון דער גרויסטער גרוי גרויער

כ'האָב אים געכאַפּט
,דעם שוואַרצן הונט
דערשיטערט אים
:מיט דער דרייסט פון מיין דורותדיקן דויער
דאָס וויידל – צווישן די לאַפּעס
,די הינטערשטע
– אַראָפּגעלאּזן ווי שמאַטעס
...די אויערן די הינטישע

נאָר אויף מאָרגן גאַנצפרי
,זיך אויפגעכאַפּט
:געוואָלט ווידער לוסטיק אַ ברום טאָן
!שטאַרב, טרויער, שטאַרב
...נאָר פּלוצים
,ווידער – אַ שניט אין האַרצן
:אַ גרילץ אין אויער
ס'ברעכט ווידעראַמאָל אויס
אַ נייער טאָג
מיט גרויער
סקאַוואוטשעריי
..!פון טרויער

?ווען, ווען, ווען
כ'טו זיך ווידער אַ פרעג
מיט אַ ליידיקן שמייכל
:פון אַ בלינדן שאַרבן
ווען, ווען, ווען – וועלן זיי שטאַרבן
דעם טרויער'ס הינטישע
?געוואויען


צבי כנר ע"ה