.
כ'האָב לאַנג ניט פאַרשטאַנען וואָס מיינט דאָס דאָס אייביקע לעבן,
די שטערן – מסתּמא זיי וועלן אַן ענטפער מיר געבן
און אפשר די ביימער די אַלטע, וואָס ווילן ניט פאַלן,
צי שטיינער אוראַלטע, וואָס היטן דער וועלטס מינעראַלן?
די שוימיקע וואָלקנס אַלץ שוועבן און שוועבן לנצח,
פון כוואַליעס ווי קאָלטנס דער ים אַלץ כּסדר צעגלעט זיך,
אפילו דאָס פייגל געזאַנג וועט זיך אייביקלעך הערן,
נאָר וואָס מיינט אַן אייבעקער גאַנג ווער קאָן עס דערקלערן?
וואָס פּלאַפּלסטו דאָרט? טוט אַ זאָג מיר מײַן קול אינעווייניק
זוכסט אויס אייביק אָרט פאַר אַלץ וואָס איז ברעכיק און בייניק?
אל דאגה, ניט אַלץ מוז זײַן קלאָר און ניט אַלץ מיר פאַרשטייען
נאָר קלאַפּן קלאַפּט פאָרט דער וועלטס האַרץ אין פריידן און ווייען –
אפילו ווען אַלץ גייט אַוועק און פאַרגייט מיטן שטאַרבן,
בלײַבט דאָס לעבן אַליין אַלץ אויף אייבקער אייביקייט אַרבן
☺️.