ירושלים ז'גרייט צו טועם זיין דעם שלאָף,
די ווייסע וואָלקנדלעך, די פולע פוילע
שאָף
אַוועקגעשוואומען שוין העט ווייט צו הרי
מואב,
פאַרשפעטיקטע פאַרבייגייער לרוב
זיך דרייען נאָך אַרום, כלומרשט אָן סוף
און לעצטע הינט און קעץ זיך טוען אָן אַ
כוח
צו מאַכן היימישער די דרויסנדיקע פרעמד
אין גאַס און געסל, אָפּגעריסן, אומפאַרשעמט
און זעלטן ווען עס טוט אַ פלי אַ פויגל
אין דער הויעך
און דו באוואונדערסט די הכנות ערב נאַכט
און גרייט ביסטו אַ בענטש טאָן יענע פּראַכט
ווען רו איז וואַכזאַם און מנוחה אָן מנוח
זיך טוליעט מיד צו ווענט צו טויבע און
צום דאַך,
ווען אַלע טיר־און־טויער ס'האָט שוין צוגעמאַכט
די שטילע האַנט פון דעם אַלמעכטיק גרויסן כוח