Tuesday, November 25, 2014





אַ געראָטן ליד
מוז אינמיטן פלי
פאַרמאָגן פייגעלעך אין בויך
און מיט זייער געזאַנג אין האַרצן
מעג עס אויך
שוועבנדיק טאַנצן 

ברייט צעפאָכנדיק די צווייגן
און אַלץ ווייטער און ווייטער
צעטרייבן
די קלוגע וואָלקנס
פונעם יאושדיקן שווייגן
אַזעלעכנס און אַזאָלכנס

און דעם רייטער
אויפן שפּיץ כוואַליע 
זאָלן אים דער כוואַליעס שוועסטער
גריסן אַלע
מיט אַ באַהאַרצטן יבוא ויעלה


אַזאַ ווי דו ביסט


אַ גאַסט אין דער היים
און אַ גייסט אין דער פרעמד
וואַנדערסט כסדר
איבער שטעטלעך
און שטעט

דער וועלט, וואָס איז געטלעך,
וואַרפסטו דעם גט
און ווייטער אין חדר
פאַרבלייבסט ביז צו שפּעט

צו לויב און צו שפּאָט
צו גאָט
און צו לייט
פילסט זיך גאַנץ נאָנט
אויך העט פון דער ווייט

און לשון פון מענטשן
פון פייגל
פון בוים
ווילסט אַלץ דערקענען
כאָטש ס'דערקענט זיך
קוים־קוים

געקענט שוין
אַזויפל
פאַרגעסן און שוין
נאָר ווי קאָן מען פאַרגעסן
דעם פויגל, דעם בוים

ווי קאָן מען פאַרגעסן
דעם טעם פון דעם זוים
בין אדם למקום
צווישן הימל און מענטש

ס'מעג דיר אויספאַלן באָקאָם
צו זיין דער פּאַרענטש
צווישן הימל און שימל
צווישן קלאָר־גייסט און מיסט

אַבי דו וואַנדערסט 
דורך ווימל
אַזאַ ווי דו ביסט 






Thursday, November 13, 2014



,דו ווייסט, מיין טרייסט
ווי טרייסטלאָז כ׳בין אָן דיר
אַ ליידיק אָרט
אַ קנויל פון פּוסטקייט אָן אַ שיעור
אַ שירעם אָן אַ רעגן, אָן אַ זון
אַ קויל אָן גלי
אַ קול וואָס מוז פאַרבלייבן שטום