=
אַ לידער־קלעטער,
צי אַ לידער־פלי
צו־מאָל
אין שפּעטסטער שפּעט
ווען
ס'ווערט שוין גראָד גאַנצפרי
צו־מאָל
אינמיטן גאַנג פון גיכן טאָג
וואָס זשאַלעוועט
אַ גלעט
קיין צײַט
ער ניט פאַרמאָגט
אַ לידער־וואונדער,
צי אַ לידער־וואונד
אַ פלאַם אַ
קוועלכל וועקט
אַ הימל
גרייכט צום גרונד
אַ לידער־אָטעם,
צי אַ לידערגרוס
אין יעדן
וואָרט עס שטעקט
די
מעגלעכקייט פון מוז
אַ ליד־געזאַנג,
צי גאָר אַ ליד־געשריי
פון טיפער פרייד, פון וויי