Sunday, February 28, 2010

לידער פון אַ גאַנץ יאָר




ווען דו זאָלסט קענען אויף דער וואָר

ניט זינגען לידער אַ גאַנץ יאָר

וואָלט אפשר פיל מער קלערער ווערן

די זויבער ריינע ליכט פון שטערן


וואָלט אפשר אויך דעם וויין געראָטן

מיט זון אויפיוירן טיף אין שאָטן

עס זאָל זיך אָנציען מיט טעמ'ען

קיין מינדסטן זאָל ער ניט פאַרזאַמען


ווען וואָלסט געמורמלט בלויז אין דרימל

אַ יאָר אַ קיילעכדיקס פאַרהימלט

וואָלסט אפשר טיפער דיך געקערט

דאַן צו די סטרונעס פון דער ערד


נאָר ס'איז דיר ניט באַשערט אפּנים

אַ יאָר אַ גאַנץ אָן גראַמען־קלאָנען,

אַ לאַנגער גאַנג אָן ברעקלעך טרעלן

וואָס מאָנען זיך אין ליד צעשטעלן


און פעסט געפאַנגען בלייבסטו גאָר

אין צוואַנג פון בת־קול אויף דער וואָר


טאָ זאָל דיך זינגען האַלב דערבאַקן

ביז דו שטומסט אויס דעם לידס סך־הכל



Tuesday, February 09, 2010



אַ זון מיט א פראָסט ווי ביי פּושקינען, כ'לעבן 
דו ביסט עס אינמיטן און איך בין דערנעבן

סיי וואַסער, סיי פייער, סיי דויער און אומרו
און ס'הילכט אַלץ דער עכאָ: ושמרו, ויאמרו

אין זויבערן שניי פאַרכאַפּט אין דער זשמעניע
עס זינגט אַלץ דער עגאָ: הינני, הינני

צעבויגסטו די פינגער – די שנייעלעך וויינען
און ווערן מגולגל אין טרערן אין ריינע

וואָס רינען און בענטשן, ווי אָקערשט דו האָסט 
דעם פייער, דאָס וואַסער, די זון און דעם פראָסט


photo: Artur Frątczak, Ukraine, January 2009