Monday, January 27, 2014

דעם פּרעה'ס אַן אָדע




הער, נעפערטיטי,
האָב אויף מיר רחמנות
האָב אויף מיר
כאָטש אַ ברעקעלע פּיטי,
גענוג געשיקט מיר
שמייכעלעך שלח־מנות.
דיין בויגזאַמער האַלדז 
צי געדענקט ער נאָך אַלץ
מיינע האַסטיקע פינגער...
רק מיט דיר, מיין האַרץ,
ווער איך כאָטשיק אין דמיון
יינגער...

דיינע העל־דינע וויִעס  – 
אַרויף און אַראָפּ  זיי פליען
און די טויען  
דיינע ליכטיקע זענקעס –
אייביק דערמאָנען 
ווי שטאַרק
די נשמות בענקען
נאָך די, שוין פון לאַנג
צעבאַלזאַמירטע
פאַרדאָרבענע גופים...
דו הערסט, נעפֿערטיטי,
ווי פאַרבענקט צו דיר רוף איך?

ווי־אַזוי קאָן עס בלייבן אַ שטיין 
אַזוי אומגעהײַער
אויפפגעהיייטערט,
און דערקוויקן די לעבעדיקע
שוין יאָרטויזנטער
דערווייטערט
פון דיר און פון מיר
און פון מיין אויסגעשפּילטער
ליבע?
נעפערטיטי, נעפערטיטי  
מיין איבערגעשניטענער
חיתּוך־הדיבור.

כ'האׇב געוואָלט צו דיר זינגען
רק מיט קלאַנגען
אינגאַנצן אַנטפּאַנצערט פֿון גראַמען
צו דיין אייביקן חן,
וואָס פאַרפלייצט אַלע סייגים
און ראַמען  
איבער מאָס,
אות נאָך אות  
אַלץ  מיט טויזנטער טעמ'ען 
נאָר ס'געזאַנג מיינס – אַ פּלאַטשיקער בלאָז
וואָס פאַרגראַמט איז
גייט־אָפּ אין פלאַמען...

אַ רחמנות אויף מיר,
אויף דעם ביטערן נאַר  
דעם פּרעה,
וואָס זיין אוסגעדייווערט
געביין, דאָס קוואַרע,
גאַרט און לעכצט
נאָך אַ טראָפּעלע מים,
אַ רחמנות
אויף דעם פאַרטרוקנטן גאָט  
ר'איז צו־שאַנד און צו־שפּאָט
איבער גאַנץ
ארעא דמצרים...

וואָס זשע טוט דער אמתער גאָט?
ער פאַרוואַנדלט מיין אָדע
אין אַ פולבלעכער פּאַראָדיע
און פּרעה'ס אָדע,
משטיינס־געזאָגט,
קריגט גאָר אַ פּריקרע פּראָזאָדיע,
נאָר פונדעסטוועגן  
שרייט מיין פאַרחתמעטער האַלדז
פון דעם הייסן פּיראַמידן־טאָל
אַזש ביז אין די קאָכיקע
געדערים פון 
ניו יאָרק סיטי:

וואו ביסטו, מיין האַרץ,
וואו ביסטו, מיין אַלץ, 


נעפערטיטי,
נעפערטיטי?!..









Tuesday, January 21, 2014

טייערע ליכטעלעך

--



Photo
























טייערע פלאַטערלעך, ליכטעלעך, קלעטערלעך
איר האָט זיך פאַרקלערט דאָרט אַזוי
אין די ווייטינקע, ראַנדיקע, ערדישע נידערן 
אין דער חשכות – טיף טרייף דאָרט און רוי 

אָנגעשטעלט אויגן, אָנגעשפּיצט אויערן
דערבליקט מען, דערשפּירט מען בחוש
ווי אייער פאַרקלערטקייט טוט שטייגן
און דויערן טאַקע פון הודו ביז כּוש

,אין פלאַטערן אייערן, ניצוצותלעך, פייערלעך
טוט מען בפירוש דערהערן
די ליכט אומאויפהערלעכע
דעם געזאַנג אומגעהייערן
פון וועלטאַלס ווייט צערוואָרפענע שטערן

טאָ זאָל אייער קלעטערן
דורך חשכותן פעטערע
דורך תהומען פון שוואַרצן אומליכט
זיך קיינמאָל ניט מינערן
דאָרט אין די נידערן
ביים אויפהיטן דער וועלטס גלייכגעוויכט

Sunday, January 05, 2014

18 ספטמבר 2013





לאָמיר שפּילן אַ פילאָסאָפישן ראָמאַן:י
דו אויף מיין בענקל, איך אויף דיין דיוואַן

איך דיר – אַ קישן,י
דו מיר – אַ קיכל.י

דו מיר – אַ טרער, י
איך דיר – אַ טיכל. י

דו מיר – אַ שטעכל,י
איך דיר – אַ סטיכל.י

און ביידע אינאיינעם:י
– איך'ל, איך'ל, איך'ל!י

אַזוינס האָט נאָך ביי קיינעם
גאָר ניט געטאָן צו־קריכן!י

לאָמיר ביידע
פאַרפירן אַ ראָמאַן – י
אַ פילאָסאָפישן
אָן תרעומות, י
אָן גאַל, י
אָן נאָכווייענישן
קאַטאַסטראָפישע.י

און טאָמער ניט,י
איז אויך ניט געפערלעך – י
אַבי אונדזער ליבשאַפט
בלייבט
פילאָסאָפיש
י(ה)ערלעך.י




דודעלע



ס'איז ניטאָ קיין וועג צוריק
לאַנג פאַרברענט איז שוין די בריק
די דערמאָנונג – אַ מיראַזש
אַז עס ווילט זיך כליפּען אַזש
רק די טרער ווערט סטאַלאַקטיט
וואָס אין ערגעץ רירט זיך ניט
און דער רוים ווערט פּוסט און הויל
און פון גאָלד ווערט גאָלע גרויל
,נאָר פונדעסטוועגן, ר' ייד
עפּעס וואָס אין דיר צעגליט
לאָזט די וועלט אַלץ ניט צו־רו
דו – דו 
דו – דו 
דו – דו – דו 

Friday, January 03, 2014

פּלאָנטער




צווישן איך און דו
,שטייט אַ פרעמדער איר
לאָזט אונדז ניט אַריין צו זיך
.דורך דער וואָכעדיקער טיר

און "איר" שטעלט־צו אַ קאַלטן אויער
,צווישן דו און איך
מ'זאָל רק ביים פּאַראַדנעם טויער
.אויסטאָן זיך די שיך

,און אַז מע גייט אַריין שוין
 – באָרוועס
איך, און איר, און דו
ווערן אַלע דריי פאַרפרוירן
.אין אַ טויטער רו

,ווערן אַלע דריי פאַרלוירן
,מיד און מאָדנע פריי
אַלע דריי שטאַרק ניט לאַגאָדנע
.כאָטש גיי שריי: חי־וקיי