Tuesday, September 22, 2015



מ׳האָט שוין צוגעזאָגט אַ ווינטער
רק עס זאַמט זיך אַלץ דער האַרבסט
אומגעדולדיק זשומען ווינטן
יעטוועדיקן בלעטל: שטאַרבסט?

נאָר עס גרינען נאָך די בלעטער
מעשה־זומער און דער וועטער
איז נאָך אַלץ אומגלייבלעך וואַרעם...

איידער ס'קומט דער ווינטער פרעכער
וואָס מיט פרעסט און שנייען וועט ער
אַלץ פאַרשפּאַרן.

 איידער ס'קומט דער ווינטער פרעכער
וואָס מיט פרעסט און שנייען וועט ער
אַלץ פאַרשפּאַרן.

Sunday, September 20, 2015

זיך צעשפּליטערט אויף טויזנטער יידן



זיך צעטראַסקעט אויף טויזנטער יידן
זיך צעבענקט נאָך פיל טויזנטער מער
ניט געלאָזט אַז דער יאוש זאל שמידן
די ליבשאַפט מיט ווייטאָג באַשווערט

יעדן קנייטש, יעדן זיפץ, יעדן שמייכל
טיף אין זיך איינגעקאַרבט, איינגענייט
פרישע בליצן פון זקנישן שכל
אין זיקאָרס אינגעווייד איינגעדרייט

און באַמיט זיך ניט קלערן פון בוידעם
וועלכער האָט זיך פון אונדז אויסגעלאָזט
מחמת אַלץ וואָס געווען איז מקודם
לעבט אויף אייביק אין יידישן אות

און די אותיות – אין הערצער און מיילער
ביי דער יוגנט וואָס קלאַמערט זיך דאָך –
מיטן אימפּעט וואָס שפּרודלט אַלץ ווייטער
צום זקנס ניט־דערשקיעהטן קאָך.