Wednesday, April 27, 2011

צו דער צייט


  • Apr. 27th, 2011 at 2:53 AM
bluming
 -



עס וועט אַלץ קומען צו דער צייט
אפילו אויב די צייט אַליין
איז ניט בנמצא
אפילו ווען
די נאָנטסטע נאָנטשאפט
אין דער ווייט
פאַרקרימט זיך

און אַלץ וועט צו דער צייט אַוועק
אַנטרינען אָן אַ מינדסטן שפּור
אין ניוועץ
אפילו ווען עס שפּרודלען
וואַלד, און טייך, און ברעג
ס'אַ קיבעץ

אפילו ווען דער זכר בלייבט
אַליין ביים ראַנד
פון אויסגערונען ווערן
,דער טאָג – צו קורץ
דער וועג דעם טראָט צערייבט
אָן טרערן

עס וועט אַלץ קומען צו דער צייט
דער צייט אַליין גאָר
אויף דערווידער
און צווישן אָנקום און אומבייט
רק איינס נאָך דויערט
רק איינס פאַרבלייבט
די לידער



נתן אלטמאן -- דער זייגערמאכער

Sunday, April 17, 2011

כנגד ארבעה בנים

--


אַלץ צונויפגעקניפּט אין איינעם

ס'איז ניט די ווערטער
ניט די קלאַנגען
ניט דער קנייטש
פון דורותדיקן
טייטש
ניט די מוזיק
פון שפּילעוודיקע טענער
ניט דער מאַמעס גלעט
צי טביה'ס ווייכע בייטש
ס'איז אַלצאינאיינעם
אַלץ אינאיינעם
צונויפגעקניפּט אין איינעם
וואו מענטש און דער כביכול
פאַרמישן
ליבע, שפּיל און שפּאָט
וואו סיי דער רבים
מאַכט אַ ברכה
און סיי 
דער רשע
קערט זיך אום
צום אייביקן
אחָד



קיינמאָלניט

וועסט מער ניט זיין דאָ
קיין מאָל ניט
קיינמאָל
קיינמאָלניט
מער
סיידן אַ טויבער
נאָכקלאַנג
פון אַן עכאָ
אַ שאָרך
פון דיינע
אַמאָל אַזוינע
דיקע ליפּן
זאָל האָבן
דאָ אַהער
צו אונדז
געהאַט זיך
אויף אַ ווייל
דערקליבן
און גרייכן גלייך אַהער
אַהער
אום אָנצוזאָגן
דעם וואַכיקן געהער
אַז מיר, אויך מיר
באַלד וועלן
שוין ניט זיין דאָ מער
קיינמאָלניט
קיינמאָל
קיין מאָל ניט
מער



לאָגל וויין

דער שוין האַלב־פּוסטער
לאָגל וויין
איז אָנגעפילט ביז האַלב
מיט פּיין
און שפּאַנענדיק
אַלץ טריט נאָך טריט
ווייסט שוין אַליין
אויף זיכער ניט
וואָס זאַפּסטו מער
אין זיך אַריין
דעם טערפּקען וויין
דעם זיסן פּיין
און צווישן ביידע
אינדערמיט
מיט ליכט פון פריינד
מיט פלאַם פון פיינט
דורך מזל־ברכה גוט געהיט
באַנאַנד מיט שאׇטן
און מיט שיין
צוביסלעך
ווערסטו
אויסגעפליקט



שאַינדעלישל'ס קלאָץ־קשיה

צי מע קאָן נאָך
געפינען
אַ סימן
אַ שמץ
פון ערגעץ
אַ שפּליטער
אַ גליווער
פון אמת
אַז עמיץ
געלאָזט האָט
אַ לייבלעכן שפּור
אַ שנור
אַ צינור
אַ פאַרקלאָגטן
פון נעכטן
אַ רמז
אַן אָנוואונק
אַן אָנדענק
אַן עכטן
ניט סתם אַבי וועמעס
ניט רק אַבי יענעמס
וואָס זאָל
נאָך אויפשיינען
אף על פּי
אף על פּי
אף על פּי
אַלע פּיינען
און מאַכן מער קלאָר
די אין־סופיקע וואָר
נאָך איידער
מ'דערזעט הי
דעם לעצטן קאָיאָר


אומרים ישנה ארץ

---




מע זאָגט ס׳איז דאָ אַ לאַנד
נאָר מיר דאַרף מען ניט זאָגן
איר קוואַליקן בראַנד
טו איך אין זיך טראָגן 

מע זאָגט – ס׳אי דאָ ברעגן
נאָר מיר דאָ, אונטערוועגנס
דאַרף מען ניט דערמאָנען
אומיסטנע דערוועגן

ניט טענהן, ניט מאָנען
ניט שעלטן מיט גוטן
אירע טייכלעך און שטראָמען
פליסן מיר אין די בלוטן

אירע קאַרגע בליטן
טאָג איין און טאָג אויסעט
בליען אין מיר און צוויטן
מיט יידישע אותיות

מע זאָגט ס׳אי דאָ אַ לאַנד
אַ פּיצל, אַ קלייטשינקס
איר ווידעראַנאַנד,
איר אור־יונגשאַפט בענטש איך



Wednesday, April 06, 2011

KFITSESADEREKH

ניט מאַך עס בקיצור
ביים אויסקלייבן פעסט
דעם אמתן קיצור הדרך

ניט קאַרג זיך אויף צימצום
ביים צוימען דעם גאַנג
פון מזלות

ניט שאַנעווע אייגענע פיס
און פאַרגין זיך
צעביילטע מאַזאָליעס

אַבי זאָל דיין טראָט
איבער שפּיצן
זיין דרייסט
און ניט בלויז לפי־ערך

ניט מאַך זיך בקיצור
ניט קערץ זיך
דיין קיצור הדרך






Monday, April 04, 2011

אַליין איז די נשמה




אַליין איז די נשמה
די וואָלקנס ליכטיקע
אינגאַנצן שוין פאַרביי

די שוואַרצע כמאַרעס
שיקן שוואַרצן זאָמען
אויף מינדסטן פּיצל חיי וקיי

אַליין, אַזוי אַליין,
אַז ס׳דאַכט
ס׳איז אָן אַ נאָמען

רק ס׳בלייבט נאָך
עלנט ווי אויף וואַסער
דאָס ביסל קיי און שפּיי

ניט מער, ניט מער
אַ ברעקעלע תרעומת
בלאַסע
נאָך זשיפּעט ווי ניט איז
דערביי

אַליין
אַליין
צי טאַקע שוין פאַרוואָר אַליין אינגאַנצן
די נשמה             



Sent from my iPad

Saturday, April 02, 2011

דעם אמת אין די אויגן





קוקנדיק דעם אמת 
אין פּנים
דערמאַנט מען זיך
ווי שווער עס איז 
אָן אים

דערזעט מען 
ווי ביטער
מיט אים איז מען
ביים פּרואוון דערגיין
זיינע אַלע יוֹשֶריזמען

נאָר דעם שקר אין די אויגן
איז נאָך ביטערער צו קוקן
און ס׳טוט אוודאי ניט לוינען
פאַר אים זיך בייגן און בוקן

בלייבט ווייטער 
דאָס זעלבע
די וועלט – בלויז אַ רמז
און דער באַשייד אירער
עקבערט
די קנייטשן פון אמת