א באשיידענע
מתנה דעם טייערן פריינד Борух-
Борис Дорфман
אין דער
שטילקייט זיך פאַרקליבן
קוקסט אין איר זיך ווי אין שפּיגל
וואָס זשע טאַקע נאָך געבליבן –
רעדן יידיש צו דער וואַנט?
צי צו יענעם אַלטן וויגל
פון דער קינדהייטס ווייטן ראַנד?
קוקסט אין איר זיך ווי אין שפּיגל
וואָס זשע טאַקע נאָך געבליבן –
רעדן יידיש צו דער וואַנט?
צי צו יענעם אַלטן וויגל
פון דער קינדהייטס ווייטן ראַנד?
צווישן
שווייגענישן פילע
הילכט פונאַנדער זיך אַ תפילה
און זי מעלדט זיך הויך און קראַנט:
רעדן רעדסט זיך אויס, חלילה,
ניט צו דער וואַנט און ניט במחילה,
רק־און־בלויז צום שפּיגל סתם.
הילכט פונאַנדער זיך אַ תפילה
און זי מעלדט זיך הויך און קראַנט:
רעדן רעדסט זיך אויס, חלילה,
ניט צו דער וואַנט און ניט במחילה,
רק־און־בלויז צום שפּיגל סתם.
ביסט דאָך עפּעס
אַ צעלייגער –
איז רעדסטו יידיש מיטן זייגער,
ווייל ביסט גאָרניט קיין אַליינער
מעשה "איך און ווייטער קיינער".
וואָס דיר ווענט, רחמנות־לייענער?!
דו, – רעד צום אומרו פון דער צייט –
איז רעדסטו יידיש מיטן זייגער,
ווייל ביסט גאָרניט קיין אַליינער
מעשה "איך און ווייטער קיינער".
וואָס דיר ווענט, רחמנות־לייענער?!
דו, – רעד צום אומרו פון דער צייט –
וועלן – דיך
דערהערן לייט!
דערהערן לייט!