Sunday, December 16, 2012

אַ רויז האָט זיך פאַרליבט אין אַ סקאַרבאָוונעם גרעזל
און בייגט זיך צאַרט און ציטעריק צו אים
נאָר גרעזל קאָן אַלץ ניט באַגרייפן אַזאַ מזל
וואָס איז לכל־הדעות גאָרניט אַזוי שלים

און שטייט ווי גולם, אָפּגעבאַרעט, גאָר אָן לשון
און ציטערט געבן זיך פון אָרט אַ ריר
און בלייבט אָפּהענטיק שטיין אַלץ ביי דער טיר
ביז ס'ווערט דער רויטער פלאַם פון רויז פאַרלאָשן

עך, גרעזל, גרעזל, סאַראַ בראָך אויף דיר

Top of Form


Monday, December 10, 2012






ווער זאָגט אַז די ליבשאַפט זי קאָן זיך ניט שטאַרקן, ניט כּפלען
העכער פון טורעם פון בבל און שטאַרקער פון טורעם פון אייפעל
און הילכן אויף טויזנטער קולות און ברענען מיט טויזנטער זונען
צעפּויקט אין מיליאָנען איי־פאָנען און מיט טויזנטער קלאָנען באַנומען
צעבליט און צעגליט איבער ווייטקייטן מילי־מיליאָניי־מיליאַסן
פון אויפשטייג פון בערן אין צפון ביז היץ־טענץ ביי די פּופּואַסן
ווער זאָגט עס אַז ליבשאַפט דערוועקט בלויז אַ שטאָך און אַ געניץ
בעת זי אינדעראמתן ווייסט ניט פון וואָג, צי פון מאָס, צי פון גרעניץ
בעת זי גאָר צעכוואַליעט זיך ווילדרייך און זילבעריק שטראַליק
און איבער אונדז אַלעמען – קוואַליקט, און קוואַליקט, און קוואַליקט





Monday, December 03, 2012

שטומע בליקן




שטומע בליקן קוויקן זיך און קוויקן
און ניט זאָגן אויס קיין וואָרט די ליפּן
בלויז די ברעמען זשעדנע זיך פאַרהייבן
קוים עס לאָזט זיך אויף אַן אמת גלייבן

ס'אַראַ פרייד און ס'אַראַ פאַרגעניגן
מיט דעם שטומען דרייסט פון בליקן
זיך צו וויגן
ס'אַראַ זכות איז דאָס און ס'אַראַ ברכה
אַז אַ ברעמען־ליפּן טענצל יכולט
זיך פאַרקאָכן

און וואָס בלייבט צום סוף, צו אַל־די
רוחות
ווינטן ווייען
און דער האַרצוויי – דער מיוחס
קינדער קרייען
אויס אָט באַלד
קינדסקינדער
בעת דאָס שאַרפע טענצל
ווערט ניט לינדער

ס'אַראַ גנאָד און ס'אַראַ ווילדער חסד
שטומע, פייכטע בליקן
אויף די ליפּן איינגעטעסעט
און עס בלייבט אויף אייביק
צוושין האָר און שכל
פרישקייט פון קאַיאָר
צעקרישלט אין שמייכל




שטילעניש



די שטילקייט איז אַן איינגערעדטע זאַך
וואָס מ'דערהערט אין איר, טיף־טיף אין אויער,
ווי אומגעהייער אומאויפהערלעך וואַכט
די פרישע זשומעניש פון לעבעדיקן דויער

און ס'דאַכט צו־מאָל ווען ניט דער גאָב פון שווייג
וואָלט גאָר די וועלט מער ניט געהאַט קיין תיקון

געשרייען ווילדע איינגעשפּאַרט אין שטייג
זיך אומגעריכט מיט שטילעניש דערקוויקן