ס'איז אומעטיק דער טאָג
וואָס גייט באַלד ווערן נעכטן
דער אומעט איז אַ קלאָג
וויי־וויי צו דעם גערעכטן
דער טאָג איז אַ דערמאָנונג
וואָס ווערט אַלץ מער פאַרנעפּלט
אין טונקל פון מיליאָנען
פאַרפּלאָגט־פאַרפוילטע עפּל
ס'איז אומעטיק און דאָך
עס ווילט זיך דיר ניט וויינען
אַ ברכה איבער בראָך
אַ רעגנבויגן ריינער
טוט שפּרייטן זיך אָט־אָט
נאָך טרערן פון דעם איינעם
נאָך טרערן וואָס דער גאָט
פאַרפלאַנצט אין האַרץ ביי זקנים
דער אומעט פון דעם טאָג
צעשמעלצט זיך אין די ביינער
מיט וויגליד וואָס פאַרמאָגט
די אַלע זיבן חנען
און בלייבן בלייבט - אַ טרוים
טיף, טיף אין ברוסט פאַרקראָכן
פון וואָרצלען ביז צו קרוין
איין־איינציק וואָר: ביטחון