Friday, June 22, 2012

די גראַמען





סיי יינגערע
און סיי די שפּעטע
די גראַמען – שיער
שוין אויסגעשעפּטע
און ס'דאַכט צו־מאָל,
אַז זייער שעפּטשען
קער מערער גרילצן
איידער בענטשן
ס'געהער פאַרשפּיצטע
פון אַ מענטשן.

נאָר דאָס, וואָס צווישן זיי,
די גראַמען,
טאָר ניט פאַרזשאַווערן,
פאַרוויאַנען
בעת זיי – סיי יינגערע,
סיי שפּעטע,
סיי די, פאַרשעפּטשעט
אויסגעשעפּטע –
פאַרבינדן
וועלטן, תהומען, ימען,
קיין מינדסטן זעמדל
ניט פאַרזאַמען.



Saturday, June 16, 2012

צווישן די קאַרפּאַטן־בערג





אין בוקאָווינע, צווישן די קאַרפּאַטן בערג
מיין לשון איז אַנטשטומט געוואָרן
פאַריתומטע בתי־מדרשים
האָט מען דווקא ניט צעשטערט
רק אוראַלט יידישער געזאַנג
האָט זיך אויף אייביק דאָ פאַרלאָרן
און ס׳קלעקט קיין ווערטער מער
אַזאַ מין רחבותדיקע פּראַכט
זיך ציט אַרויף, אַראָפּ
קיין מזרח און קיין מערב
די זון טוט לאַנג זיך זעצן
שעהען, שעהען לאַנג
ביז שפּעט
עס וועט
זיך איבערקרייצן
מיטן סוף
פון שטומען מעריב


?מיין ליבע, דו שלאָפסט ניט







מיין ליבע, דו שלאָפסט ניט?
 ניין, ניין, ניין...
איך שלאָף און איך זע ווי עס פאַלט דער שניי
אויף דיינע געקרויזלטע, שיינע האָר
און גרייט בין שוין בלייבן אַזוי ביז קאַיאָר
צו היטן אין דרימל אַזוי לעבן דיר
דעם אָנקום פון דיינעם אַ פרישן באַריר...

 מיין ליבער, דו שלאָפסט שוין?
 יאָ, יאָ, כ'שלאָף שוין ניט
בלויז ס'טוט מיר אין האַרצן דיין דרעמלען אַ שניט
און ציילן כ'טו רגעס – אַ שעה נאָך אַ שעה...
צוביסלעך צערינט זיך די צאַרטקייט... אַ שאָד...
דיין אָטעמען שלינג איך און שלינג איך אַלץ איין   
מיין ליבע, מיין טרייע, מיין איינציקע שיין